Skip to content

פּאָליסי קעגן דיסקרימינאציע, רדיפות, און דיסקרימינירנדע באשעפטיגונג/סערוויס פירונגען

לעצט געענדערט אום 08/16/2023

באריכט א פראבלעם מיט׳ן אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט אויף uofr.us/padh-report (https://uofr.us/padh-report).

פּאָליסי קעגן דיסקרימינאציע און רדיפות באריכט (PADH) איז בנוגע: איינגעשטעלטע; שטאב; רעזידענטן; סטיפענדיע-שטודירער; נאך-דאקטאראט באשטימטע; סטודענט ארבעטער; סטודענטן(1); אינטערנס (באצאלט אדער אומבאצאלט); פרייוויליגע צוהעלפער; און צו אלע באזוכער (אריינגערעכנט פאציענטן, קאנטראקטארס, און פארקויפערס) צו סיי וועלכן אוניווערסיטעט קאמפוס, איינריכטונג און / אדער פּראָפּערטי, און צו אוניווערסיטעט-ספאנסירטע אקטיוויטעטן און צוזאמקונפט פראגראמען, צי אויפ׳ן ארט פון אוניווערסיטעט צי נישט.

די אוניווערסיטעט ווערט געפירט דורך מערערע סטעיט און פעדעראלע געזעצן וועלכע פארבאטן דיסקרימינאציע און רדיפות באזירט אויף פארשידענע באשיצטע קאטעגאריעס און די פּאָליסי האט בכוונה זיי אלע אויסצופאלגן. די געזעצן טוען מעגליך פאדערן אז געוויסע טענות איינגעגעבן אונטער דער פּאָליסי זאלן אדרעסירט ווערן אונטער אן אנדערער אוניווערסיטעט פּאָליסי (צום ביישפיל, די אוניווערסיטעט׳ס ׳טיטל IX׳ פּאָליסי). די אוניווערסיטעט׳ס ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳ וועט אפשאצן אלע אנקלאגעס איינגעגעבן אונטער דער פּאָליסי און באשטימען די פאסיגסטע פראצעדור פאר אדרעסירן די זארגן/חששות פון דעם יחיד.

 

I.   פּאָליסי און פּאָליסי דערקלערונגען

 

די אוניווערסיטעט איז אנטשלאסן אנצוהאלטן אן ארבעטספלאץ און אקאדעמישע סביבה פריי פון דיסקרימינאציע און רדיפות. אין שטיצע פון איר וויזיע און ווערטן און אנטשלאסנקייט צו גלייכבארעכטיגטע געלעגנהייט (ווי פארגעלייגט אין פּאָליסי 100: ארבעטספלאץ ווערטן און גלייכבארעכטיגטע געלעגנהייט פּאָליסי (https://www.rochester.edu/policies/policy/workplace-values), טוט די אוניווערסיטעט פון ראטשעסטער פארלייגן די פאלגענדע פּאָליסי דערקלערונגען:

A.    אנטי-דיסקרימינאציע און אנטי-רדיפות דערקלערונג

 

די אוניווערסיטעט פארבאט דיסקרימינאציע און רדיפות אויפ׳ן באזיס פון עלטער, הויט קאליר, דיסאַביליטי, געליטענע פון שטוב-געוואלד סטאטוס, עטנישע אפשטאם, דזשענדער אידענטיטעט אדער אויסדרוק אריינגערעכנט טרענסדזשענדער און דזשענדער פארברייטערטע אידענטיטעטן, גענעטישע אינפארמאציע, הייראט סטאטוס, פאמיליע סטאטוס אדער א יחיד׳ס פרוכפער געזונטהייט החלטות, מיליטער/וועטעראן סטאטוס, נאציאנאלער אפשטאם, ראסע (אריינגערעכנט האר סטיל), רעליגיע/גלויבן (אריינגערעכנט רעליגיעזע מלבושים, אויסזען, בארד, וכו׳), מין, סעקסועלע אריענטאציע, בירגערשאפט סטאטוס, נישט-אפווארטנדע ארעסט אדער שולדיגקייט רעקארד, אדער סיי וועלכע אנדערע סטאטוס באשיצט דורכ׳ן געזעץ (פון דא און ווייטער פאררופן אלס א ״באשיצטע קלאס״). דיסקרימינאציע אדער רדיפות באזירט אויף א ׳באשיצטע קלאס׳ וועט מען נישט דערטראגן, און וועט גערעכנט ווערן אלס אומריכטיגע-געפירעכץ פאר וועלכן עס וועט שייך זיין דיסציפלין.

דיסקרימינאציע אדער רדיפות אונטער דער פּאָליסי רעכנט נישט אריין אומ׳יושר׳דיגע אדער נישט-פאסיגע געפירעכץ נישט באזירט אויף א ׳באשיצטע קלאס׳; למשל, טענות וואס פארנעמען זיך מיט מיאוס׳ע רייד אדער נאכרופונגען נישט פארבינדן מיט א ׳באשיצטע קלאס׳ אדער ענינים פון שטעל-צוגעבונג דארפן אדרעסירט ווערן דורך אנדערע מהלכים (למשל, יוּמען ריסאָרסעס, א סופערווייזער, די אמבודסלייט).

באשטעטיגונגען געמאכט צי עמיצער האט יא אדער נישט עובר געווען אויף די PADH לויט באהויפטונגען פון געפירעכץ וועלכע קענען אויך באשטיין קרימינאלע געפירעכץ ווערן געמאכט בלויז פאר׳ן צוועק פון באשטימען צי מען האט פארלעצט די דאזיגע פּאָליסי. די סטאנדארטן פאר אדרעסירן א פארלעצונג פון פּאָליסי זענען נישט די זעלבע ווי די באזונדערע לעגאלע סטאנדארטן וואס פארלאנגט זיך פאר געפונען ווערן שולדיג קרימינאל.

B.     אנטי-נקמה דערקלערונג

די אוניווערסיטעט פארבאט נקמה שריטן קעגן סיי ווער עס באקלאגט זיך אדער שטעלט זיך קעגן אויסזעענדע דיסקרימינאציע אדער רדיפות, אריינגערעכנט די וועלכע באטייליגן זיך אין סיי וועלכע אויספארשונג אדער קלאגע אונטער דער דאזיגער פּאָליסי אדער אנדערע פראצעדורן איבער א קלאגע באזירט אויף א ׳באשיצטע קלאס׳. נקמה שריטן וועט מען נישט דערטראגן, און וועט גערעכנט ווערן אלס אומריכטיגע-געפירעכץ פאר וועלכן עס וועט שייך זיין דיסציפלין.

C.     ׳טיטל IX׳ דערקלערונג

 

די אוניווערסיטעט פאלגט אויס ׳טיטל IX׳ פון בילדונגס-געזעץ ענדערונגען פון 1972, וועלכע עס פארבאט מין דיסקרימינאציע (אריינגערעכנט סעקסועלע רדיפות און געוואלד-פארברעכנס צוליב מין) אין די אוניווערסיטעט׳ס בילדונגס פראגראמען און אקטיוויטעטן, ווי אויך נקמה שריטן פאר איינגעבן קלאגעס פון מין דיסקרימינאציע. דיסקרימינאציע צוליב מין וועט מען נישט דערטראגן, און וועט גערעכנט ווערן אלס אומריכטיגע-געפירעכץ פאר וועלכן עס וועט שייך זיין דיסציפלין. נאכפרעגענישן איבער די אנווענדליכקייט פון ׳טיטל IX׳ און מין-באזירטע קלאגעס זאל מען איינגעבן צו דער אוניווערסיטעט׳ס ׳טיטל IX׳ קאארדינאטאר, titleix@rochester.edu. פראגעס איבער די אנווענדליכקייט פון ׳טיטל IX׳ קענען איינגעגעבן ווערן צום ׳טיטל IX׳ קאארדינאטאר פון דעם יו-עס דעפארטמענט פון עדיוקעישען׳ס אפיס פאר ציווילע רעכטן (OCR) דורך:

  • איר ניו יארקער אפיס אויף: (646) 428-3800;
  • איר נאציאנאלע הויפטקווארטיר אויף (800) 421-3481;
  • TTY: (800) 877-8339.

נאך אינפארמאציע קען מען באקומען דא: https://ag.ny.gov/bureau/civil-rights

II.     שייכות צו פרינציפן פון אקאדעמישע פרייהייט און פרייהייט פון רייד

די הצלחה פון די אוניווערסיטעט פון ראטשעסטער ווענדט זיך אויף א סביבה וואס איז מחזק לעבהאפטע געדאנקען און אינטעלעקטועלע שאפערישקייט. עס פאדערט זיך אן אטמאספערע אין וועלכע פארשידנארטיגע געדאנקען קענען אויסגעדרוקט ווערן און דורכגערעדט. די אוניווערסיטעט זוכט צוצושטעלן אן ארט וואס רעספעקטירט די ביישטייערונגען פון אלע יחידים פון וועלכע עס באשטייט איר קאמיוניטי, וואס מוטיגט אינטעלעקטועלע און פערזענליכע אנטוויקלונג, און וואס מוטיגט דאס אומגעשטערטע אויסטויש פון געדאנקען. די דאזיגע פּאָליסי ווערט נישט געמאכט מיט׳ן כוונה צוריקצוהאלטן די תוכן פון רייד, געשפרעכן, וויכוחים, און צוזאמרעדענישן אינעם קלאס צימער, אויפ׳ן קאמפוס אדער אין סיי וועלכע אוניווערסיטעט פארום וואס קען זיין פארשטענדליך פארבינדן מיט אקאדעמישע אקטיוויטעט אדער פאליטישע, ארטיסטישע, און וויזועלע קונסט אויסדרוק. די אוניווערסיטעט וועט באשיצן אקאדעמישע פרייהייט און ארטיסטישע אויסדרוק בשעת׳ן אדמיניסטרירן די פּאָליסי. פונדעסטוועגן, ניצן רייד אדער אויסדרוקן צו דיסקרימינירן קעגן די וועלכע זענען באשיצט דורך דער דאזיגער פּאָליסי אדער ניצן רייד וואס שאפט א קעגנשטאנדיגע לערנונג, ארבעט אדער קאמפוס לעבן סביבה פאר די וועלכע זענען באשיצט דורך דער פּאָליסי איז פארבאטן.

III.     באדייטן פון טערמינען דערמאנט אין דער פּאָליסי

 

די פאלגענדע באדייטן זענען בכיוון אויף צו געבן א בעסערע פארשטאנד איבער דאס באדייט פון געוויסע טערמינען לויט ווי געניצט אינערהאלב דער פּאָליסי:

A.    דיסקרימינאציע

 

דיסקרימינאציע אנטהאלט א קעגנערישע שריט אדער החלטה אדער זיך אויפפירן אנדערש כלפי א יחיד אדער א גרופע צוליב א ׳באשיצטע קלאס׳ אדער צוליב אויסזעענדע אדער אקטועלע שייכות/פארבינדונג מיט אנדערע יחידים אין א ׳באשיצטע קלאס׳.

B.     רדיפות

 

רדיפות איז א סארט דיסקרימינאציע אין וועלכע עס ווערט געניצט ארויסגערעדטע, געשריבענע, פיזישע אדער עלעקטראנישע אויפפירעכץ וואס איז:

  1. אומגעוואונטשן;
  1. קומט פאר צוליב דעם וואס די מענטש אדער מענטשן צו וועמען מען פירט זיך זענען פון א ׳באשיצטע קלאס׳ בשעת ווען די געפירעכץ קומט פאר; און
  1. שטייגט העכער דאס וואס א פארשטענדליכע מענטש, צו וועמען די זעלבע סארטן רדיפות ווערן אנגעוואנדן, וואלט געהאלטן אלס מער ווי אן אומבאדייטנדע אדער לייכטע אומאיינגענעמקייט.

רדיפות, אריינגערעכנט סעקסועלע רדיפות, קענען פארקומען צווישן סיי וועלכע יחידים, אפגעזען זייער מין אדער דזשענדער אדער מיטגלידשאפט אין סיי וועלכע ׳באשיצטע קלאס׳. באשעפטיגטע, באצאלטע אדער אומבאצאלטע אינטערנס, און נישט-באשעפטיגטע, אריינגערעכנט אומאנגעוויזענע קאנטראקטארס און די וואס זענען באשעפטיגט דורך קאמפאניס קאנטראקטירט צוצושטעלן סערוויסעס ביי דער אוניווערסיטעט און סטודענטן, ווערן געדעקט דורך דער פּאָליסי אויף ווי ווייט זייערע שריטן פאלן אינערהאלב די אוניווערסיטעט׳ס קאנטראל אדער לעגאלע פאראנטווארטליכקייט. אונטער דער פּאָליסי, קען א רודף זיין א העכערער איינגעשטעלטער, נידעריגערער איינגעשטעלטער, מיטארבעטער, מאנשאפט מיטגליד, אומאנגעוויזענע קאנטראקטאר, קאנטראקט ארבעטער, פארקויפער, קליענט, קאסטומער, אדער באזוכער.

אומגעזעצליכע רדיפות זענען נישט באגרעניצט צו אוניווערסיטעט שטחים. עס קען פארקומען בשעת׳ן רייזן פאר אוניווערסיטעט געשעפטן אדער ביי א אוניווערסיטעט-ספאנסירטער צוזאמקונפט אדער פארברענגעניש. צום ביישפיל, טעלעפאנירונגען, טעקסטן, אימעילס, און געוויסע סאושעל מידיע באנוץ דורך באשעפטיגטע קען באשטיין פון אומגעזעצליכע ארבעטספלאץ רדיפות כלפי אן אנדערן, אפילו אויב זיי קומען פאר אוועק פונעם ארבעטספלאץ שטח, אויף פערזענליכע מכשירים אדער נישט בשעת די ארבעט שעה׳ן.

ביישפילן פון אויפפירעכץ וואס קען גערעכנט ווערן אלס רדיפות

 

אויפפירעכץ באזירט אויף א ׳באשיצטע קלאס׳ וואס קען גערעכנט ווערן אלס רדיפות אדער פירן צו אנקלאגעס פון רדיפות רעכענען אריין, אבער זענען נישט אויסשליסליך:

  • פיזישע געוואלדטאטן, דראונגען פון פיזישע געוואלדטאטן, פיזישע אנשרעקן, אדער נאכלאקערן;
  • ארויסווייזן בזיון׳דיגע מאטעריאלן אין דעם ארבעטספלאץ, אריינגערעכנט אויסשטעלונגען אויף ארבעטספלאץ קאמפיוטערס, סאושעל מידיע, אדער סיי וועלכע אנדערע ארט וואס קען געזען ווערן דורך אנדערע מיטגלידער פון דער אוניווערסיטעט געמיינדע, ווי צום ביישפיל:
    • בילדער, פיגורן, שילדן, אדער חפצים; צום ביישפיל, בזיון׳דיגע געמאלעריי, שפילצייג, אדער חפץ; אדער
    • טעקסט, גראפיטי, אדער געשריבענע מעלדונגען פון אנשרעקן ווי צ.ב.ש. נאכשרייען, באליידיגן, אדער דראונגען;
  • אנדערע געפירעכץ, ווי צ.ב.ש. באליידיגנדע וויצן, באזידלען, נאכשרייען, אדער אנדערע אקטיוויטעטן פון משפיל זיין עמיצן;
  • זיך אריינמישן, חרוב מאכן אדער שעדיגן עמיצנס ארבעטס-סטאנציע, געצייג אדער אויסשטאטונג, אדער אויף אנדערן אופן שטערן עמיצנס מעגליכקייט אויסצופירן זייער ארבעט;
  • קאמענטירן איבער עמיצנס פיזישע אייגנשאפטן, קליידונג אדער לעבנסשטייגער אויף אן אופן וואס איז משפיל עמיצן לויט זייער מיטגלידשאפט אין א ׳באשיצטע קלאס׳;
  • סאבאטאזשן עמיצנס ארבעט צוליב דעם יחיד׳ס מיטגלידשאפט אין א ׳באשיצטע קלאס׳; אדער
  • דערגיין די יארן, נאכשרייען, רופן נעמען אדער כינוים צוליב עמיצנס מיטגלידשאפט אין א ׳באשיצטע קלאס׳.

סעקסועלע רדיפות

סעקסועלע רדיפות איז א סארט דזשענדער-באזירטע דיסקרימינאציע און א פארעם פון פארבאטענע רדיפות ווי אויבן אויסגעטייטשט. סעקסועלע רדיפות נעמט אריין רדיפות אויפ׳ן באזיס פון מין, סעקסועלע אריענטאציע, זעלבסט- אידענטיפיצירטע אדער דערקענטע מין, דזשענדער אויסדרוק, און דער סטאטוס פון טרענסדזשענדער. סעקסועלע רדיפות זענען נישט אויסשליסליך סעקסועלע בארירונג, פארבינדונג, אדער אויסדרוקן פון א סעקסועלע באדייט; סעקסועלע רדיפות קענען טאקע אויך ארייננעמען דזשענדער ראלע סטעריאטיפן און זיך אנדערש פירן כלפי באשעפטיגטע צוליב זייער דזשענדער.

 

סעקסועלע רדיפות קען אויך באשטיין פון אומגעוואונטשענע סעקסועלע פארשלאגן אדער בעטן סעקסועלע טובות, אדער אנדערע רעדערישע אדער פיזישע שריטן פון א סעקסועלע אדער סעקס-באזירטע באדייט ווען:

  1. דאס איינגעבן זיך צו די געפירעכץ ווערט געמאכט צי אויסדרוקליך צי ברמז אלס א תנאי פאר עמיצנס באשעפטיגונג אדער אקאדעמישע הצלחה;
  1. דאס איינגעבן זיך אדער אפשלאגן די געפירעכץ ווערט געניצט אלס דעם באזיס פון באשעפטיגונג אדער אן אקאדעמישע אנטשיידונג וואס אפעקטירט דעם יחיד; אדער
  1. אזעלכע געפירעכץ האט בדעה אדער די פראקטישע תוצאה צו שטערן עמיצנס ארבעט אדער אקאדעמישע שריטן אדער שאפט אן אנשרעקעוודיגע, קעגנערישע, אדער העסליכע ארבעטס אדער אקאדעמישע סביבה.

פארשטיין דזשענדער פילפארביגקייט איז נייטיג אויף צו אנערקענען סעקסועלע רדיפות וויבאלד דיסקרימינאציע באזירט אויף סעקס סטעריאטיפן, דזשענדער אויסדרוק און אנזעעוודיגע אידענטיטעט ווערן אלע אריינגערעכנט אין אומלעגאלע דיסקרימינאציע. כאטש דער דזשענדער ספּעקטרום איז א שטרעקע מיט דקות׳דיג חילוקים, זענען אבער די דריי מערסט אלגעמיינע אידענטיטעטן סיס-דזשענדער, טרענסדזשענדער, און נאָן-ביינערי. א סיס-דזשענדער מענטש איז עמיצער וועמענס דזשענדער איז אין איינקלאנג מיט׳ן מין זיי זענען גערופן געווארן ביים געבוירן. אין אלגעמיין וועט דער דזשענדער זיין איינס פון די צוויי: זכר אדער נקבה. א טרענסדזשענדער מענטש איז עמיצער וועמענס דזשענדער איז אנדערש פונעם מין זיי זענען גערופן געווארן ביים געבוירן. א נאָן-ביינערי מענטש אידענטיפיצירט זיך נישט אויסשליסליך אלס א ספעציפישן דזשענדער.

סעקסועלע רדיפות ברויך נישט זיין הארב אדער ברייט פארשפרייט אויף צו פארלעצן די פּאָליסי. עס קען זיין סיי וועלכע רדיפות׳דיגע געפירעכץ וואס שטייגט העכער א לייכטע באליידיגונג אדער אומבאדייטנדע אומאיינגענעמקייט ווען געזען פונעם הינזיכט פון א פארשטענדליכע מענטש אין דעם זעלבן ׳באשיצטן קלאס׳ וואס האט געליטן די רדיפות אדער דיסקרימינאציע. יעדע טרעפונג פון רדיפות איז אייגנארטיג פאר די וועלכע מאכן דאס מיט, און עס איז נישט דא קיין איינציגן תחום צווישן לייכטע באליידיגונגען אדער אומבאדייטנדע אומאיינגענעמקייט און רדיפות׳דיגע געפירעכץ. געפירעכץ אין וועלכן א באשעפטיגטער אדער געדעקטע יחיד ווערט זיך באגאנגען ערגער אויף א מאס וואס איז שטערקער ווי א לייכטע באליידיגונג אדער אומבאדייטנדע אומאנגענעמקייט צוליב דזשענדער, סעקסועלע אריענטאציע, זעלבסט-אידענטיפיצירטע אדער אנערקענטע מין, דזשענדער אויסדרוק, דזשענדער אידענטיטעט, אדער דער סטאטוס פון זיין טרענסדזשענדער ווערט גערעכנט א פארלעצונג פון דער פּאָליסי.

סעקסועלע אנגרייף

סעקסועלע אנגרייף איז סעקסועלע רדיפות וואס רעכנט אריין סיי וועלכע פיזישע סעקסועלע שריט דורכגעפירט קעגן עמיצנס ווילן, וואו דער מענטש גיבט נישט קיין קלארע און פרייוויליגע איינשטימונג אדער וואו דער מענטש איז נישט ביכולת צו געבן איינשטימונג צוליב דראָג אדער אלקאהאל באנוץ אדער צוליב אינטעלעקטועלע אדער אנדערע אומפעאיגקייט.

סעקסועלע אנגרייף רעכנט אריין, אבער נישט אויסשליסליך, מאנס זיין, סעקסועלע אנפאל, סעקסועלע באצווינגונג (דאס שריט פון ניצן דרוק אדער צוואנג צו האבן סעקסועלע בארירונג מיט עמיצער וואס האט דאס אפגעזאגט), און סיי וועלכע אנדערע שריט פון סעקסועלע געוואלדטאט.

ביישפילן פון געפירעכץ וואס קען גערעכנט ווערן אלס סעקסועלע רדיפות

 

אויפפירעכץ וואס קען גערעכנט ווערן סעקסועלע רדיפות אדער פירן צו אנקלאגעס פון סעקסועלע רדיפות רעכענען אריין, אבער זענען נישט אויסשליסליך:

  • פיזישע שריטן פון א סעקסועלן כאראקטער, ווי צום ביישפיל:
  • סעקסועלע געוואלדטאט (מאנס זיין, סעקסועלע באשלאגן, סעקסועלע אנגרייף, געוואלדטאט ביי ראמאנטישע צוזאמקום, שטוב-געוואלדפארברעכנס, באלעסטיגונג) אדער דאס פרובירן דורכצופירן סעקסועלע געוואלדטאטן; אדער
  • אומגעוואונטשן און במזיד בארירן, ציפן, טאפן, קושן, ארומנעמען, אנכאפן, זיך לייכט צורירן קעגן יענעם׳ס קערפער, אדער שטורכען יענעם׳ס קערפער אדער קליידונג;
  • סעקסועלע פארשריטן אדער פארשלאגן וועלכע זענען אומגעוואונשן, ווי צום ביישפיל:
  • פארלאנגען סעקסועלע טובות אינאיינעם מיט דראונגען/צוזאגן, ברמז אדער בהחלט, אז עמיצנס אפזאגן אדער וויליג זיין זיך אונטערצוגעבן וועט אפעקטירן דעם יחיד׳ס סטאטוס, געהאלט, פאראויסגאנג, ארבעטס אפשאצונג, דערהייבונג, אדער אנדערע בענעפיטן (ווי צום ביישפיל געבן א מתנה) אדער שאדן;
  • ברמז אדער אפענערהייט דרוקן פאר אומגעוואונטשענע סעקסועלע אקטיוויטעטן;
  • סעקסועלע פלירטעווען (אריינגערעכנט אנשטעלן די אויגן אדער לייגן דרוק אויף זיך צו פארברענגען אין סאציעלע פארברענגענישן); אדער
  • סעקסועל אריענטירטע זשעסטיקולירן, קולות, באמערקונגען, וויצן, אדער פראגעס און קאמענטארן איבער עמיצנס סעקסועלישקייט;
  • ארויסווייזן סעקסועלע אדער סעקסועל-באליידיגנדע מאטעריאלן סיי וואו אינעם ארבעטספלאץ, אריינגערעכנט אבער נישט אויסשליסליך: בילדער, שילדן, לוחות, גראפיטי, חפצים, טעקסט אדער אנדערע מאטעריאלן וועלכע זענען סעקסועל באליידיגנד אדער פארנאגראפיש. דאס איז כולל פארשטעלונגען אויף ארבעטספלאץ קאמפיוטערס, סעלפאנס, אדער סיי וועלכע אנדערע ארט וואס קען געזען ווערן דורך אנדערע מיטגלידער פון דער אוניווערסיטעט געמיינדע;
  • סעקס סטעריאטיפונג, וואס געשענט ווען עמיצנס געפירעכץ אדער פערזענליכע כאראקטעריסטן ווערן אפגעשאצט לויט א צווייטן׳ס מושגים אדער איינזעענישן איבער וויאזוי א ספעציפישער דזשענדער זאל אויסקוקן אדער זיך אויפפירן, וואס קען ארייננעמען באמערקונגען איבער עמיצנס דזשענדער אויסדרוק אדער בעטן אז עמיצער זאל זיך אויפפירן מיט טראדיציאנעלע דזשענדער ראלעס; אדער
  • קעגנערישע שריטן גענומען קעגן עמיצן צוליב יענעמס מין, סעקסועלע אריענטאציע, דזשענדער אידענטיטעט אדער אויסדרוק, אריינגערעכנט טרענסדזשענדער און דזשענדער-פארברייטערטע אידענטיטעטן, צי פערזענליך צי דורך אנדערע מיטלען, ווי צום ביישפיל:
  • זיך אריינמישן, חרוב מאכן אדער שעדיגן עמיצנס ארבעטס-סטאנציע, געצייג אדער אויסשטאטונג, אדער אויף אן אנדערן אופן שטערן עמיצנס מעגליכקייט אויסצופירן זייער ארבעט צוליב יענעמס מין;
  • אנמערקונגען איבער עמיצנס קערפער, קליידונג אדער לעבנסשטייגער וועלכע האבן סעקסועלע רמזים אדער משפיל זיין יענעמס סעקסועלישקייט אדער דזשענדער;
  • סאבאטאזשירן עמיצנס ארבעט צוליב יענעמס מין;
  • דערגיין, נאכשרייען, אדער באזידלען צוליב יענעמס מין;
  • במזיד אנגייענדע און גרינגשעצנדע אומפאסיגע באנוץ פון יענעמס פרעפערירטע פראנעמען; אדער
  • שאפן באזונדערע ערווארטונגען פאר עמיצן לויט זייער אויסזעענדע אידענטיטעטן.

C.     נקמה שריט

 

א נקמה שריט איז א שריט וואס ווערט גענומען דורך די אוניווערסיטעט אדער א מיטגליד אין דער אוניווערסיטעט געמיינדע וואס וואלט אפגערעדט א פארשטענדליכע מענטש (א באשעפטיגטער אדער אנדערער מיטגליד פון דער אוניווערסיטעט געמיינדע) פון אנקלאגן, אנטיילנעמען אין אן אנקלאג פראצעדור, אדער אנטיילנעמען אין אן אויספארשונג פון אן אנקלאג.

א שריט ווערט גערעכנט אלס נקמה אויב עס ווערט גענומען צוליב דעם וואס דער יחיד האט זיך באשעפטיגט מיט באשיצטע אקטיוויטעטן. באשיצטע אקטיוויטעטן קענען כולל זיין, אבער נישט אויסשליסליך: (1) פערזענליך אנקלאגן אדער זיך קעגנשטעלן אויסזעענדע דיסקרימינאציע אדער רדיפות צוליב א ׳באשיצטע קלאס׳; (2) עדות זאגן, ארויסהעלפן, אדער אנטיילנעמען אין אן אויספארשונג, פראצעדור, פארהער, אדער לעגאלע אקציע וואס פארנעמט זיך מיט א טענה פון דיסקרימינאציע אדער רדיפות באזירט אויף א ׳באשיצטע קלאס׳; אדער (3) אויסניצן רעכטן אונטער א נוגע׳דיג שטאטוט וואס באנעמט זיך מיט א ׳באשיצטע קלאס׳.

ביישפילן פון אויפפירעכץ וואס קען גערעכנט ווערן אלס נקמה שריטן

 

אנגעוואנדן אין די אומשטענדן, קענען ביישפילן פון נקמה שריטן ארייננעמען, אבער נישט אויסשליסליך:

  • מאכן חקירות צי עמיצער האט זיך פארנומען מיט באשיצטע אקטיוויטעט אדער זוכן צו מחרים זיין סיי ווער עס זאל אזוי טון;
  • דראונגען פון אפזאגן, טראנספערירן און ענדערן ארבעטס ארט, אומגינציגע ארבעט אפשאצונגען, אפזאגן א דערהייבונג אדער טענור, אפזאגן ארבעטס בענעפיטן, דערנידערן, צייטווייליג אפשטעלן, אדער אפזאגן, צוריקווייזן א פארלאנג פאר א פארשטענדליכע צופאסונג, אדער געבן אומגעוואונטשענע ארבעט שעה׳ן אדער לאקאציעס;
  • העכערן די רדיפות׳דיגע געפירעכץ אין אפרוף צו אן אנקלאג ווי צום ביישפיל דראען פיזישע געוואלדטאטן;
  • מאכן פאלשע באריכטן צו רעגירונגס אויטאריטעטן (ווי צ.ב.ש., געזעץ אינפארסירער, לייסענסינג אגענטורן);
  • דראען אפשיקן פון לאנד, אנברענגען אקציעס מיט אימיגראציע אויטאריטעטן; אדער
  • שעדליכע אקאדעמישע שריטן קעגן א סטודענט קען ארייננעמען א רעדוצירטע צייכן, נעגאטיווע רעקאמענדאציע, נעגאטיווע באמערקונגען איבער דעם סטודענט ביי אקאדעמישע זיצונגען אדער קאנפערענצן, אדער באגרעניצן צוטריט צו אן אקאדעמישע געלעגנהייט.

D.     אנדערע טערמינען

 

״דזשענדער אידענטיטעט אדער אויסדרוק״ פאררופט זיך צו א מענטש׳ס בפועל׳דיגע אדער אויסזעענדע דזשענדער- פארבינדענע אידענטיטעט, אדער אנדערע דזשענדער- פארבינדענע אייגנשאפטן, אפגעזען דעם מין באשטימט פאר יענעם ביים געבוירן, אריינגערעכנט, אבער נישט אויסשליסליך, דער סטאטוס פון זיין טרענסדזשענדער. א מענטש׳ס דזשענדער- פארבינדענע אידענטיטעט קען ארייננעמען זיך אידענטיפיצירן מיט מער ווי איין דזשענדער, אדער זיך נישט אידענטיפיצירן מיט סיי וועלכע דזשענדער.

 

״אנקלאגער״ פאררופט זיך צום יחיד וואס האט איינגעגעבן א קלאגע אונטער דער פּאָליסי, און ״ענטפערער״ פאררופט זיך צו דער וואס ווערט באשולדיגט איבער די אויפפירעכץ וואס האט אנגעבליך פארלעצט די פּאָליסי.

IV.  אנקלאג און אויספארשונג פראצעדורן(2)

מיטגלידער פון דער אוניווערסיטעט געמיינדע ווערן געמוטיגט צו באריכטן דיסקרימינאציע, רדיפות אדער נקמה שריטן. דאס רעכנט אריין מיטגלידער פון דער אוניווערסיטעט געמיינדע וועלכע שפירן אז זיי האבן געליטן פון געפירעכץ וואס פארלעצט די דאזיגע פּאָליסי אדער וועלכע האבן צוגעזען (אלס עדות) אדער האבן זיך דערוואוסט איבער געפירעכץ וואס זיי האלטן אז עס פארלעצט די דאזיגע פּאָליסי.

פארוואלטונג און אויפזעער איינגעשטעלטע און יוּמען ריסאָרס ביזנעס צוזאמארבעטער וועלכע זעען דיסקרימינאציע, רדיפות, אדער נקמה שריטן וועלכע ווערן געדעקט אין דער פּאָליסי, אדער וועלכע באקומען אדער דערוויסן זיך איבער באריכטן אדער זארגן איבער דיסקרימינאציע, רדיפות, אדער נקמה שריטן וועלכע פאלן אין די ראמען פון דער דאזיגער פּאָליסי מוזן באריכטן די באאבאכטונגען, זארגן אדער באריכטן, אין איינקלאנג מיט דער דאזיגער פּאָליסי, תיכף ביים באאבאכטן, זיך דערוויסן איבער די זארגן, אדער ווערן אינפארמירט איבער אזא חשש.  אזעלכע איינגעשטעלטע קענען מעגליך אויסשטיין דיסציפלין אויב זיי באאבאכטן אזעלכע געפירעכץ, דערוויסן זיך פון אזא חשש, אדער באקומען א באריכט איבער אזעלכע געפירעכץ און באריכטן נישט יענע אינפארמאציע ווי געפאדערט דורך דער דאזיגער פּאָליסי.

וואס אנבאלאנגט די דאזיגע פּאָליסי, ווערט גערעכנט דאס אויספאלגן דער באריכט פאדערונג תיכף (אין אלגעמיין אינערהאלב 48 שעה) באריכטן דעם חשש צום ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳ און קאאפערירן מיט און צושטעלן געפאדערטע אינפארמאציע צום ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳. פארוואלטונג און אויפזעער איינגעשטעלטע און יוּמען ריסאָרס ביזנעס צוזאמארבעטער וועלכע פארפעלן צו באריכטן און במזיד ערלויבן דאס ווייטער אנגיין די געפירעכץ וואס ווערט גערעכנט אלס דיסקרימינאציע, רדיפות, אדער נקמה שריטן אונטער דער דאזיגער פּאָליסי וועלן אויסשטיין דיסציפלין. דארט וואו אינפארמאציע ווערט אנטדעקט פאר אוניווערסיטעט באשעפטיגטע בשעת זיי דינען אין א פריווילעגירטע פראפעסיאנעלע פאסטן (מענטאל-העלט יועצים, קלעריקער, מעדיצינישע פארזארגער, און שענדונג-קריזיס אויפפאסער), דאן טוען זייערע פראפעסיאנעלע פאדערונגען קאנטראלירן, און זיי זענען נישט געפאדערט צו באריכטן אלס אויפזעער אונטער דער דאזיגער פּאָליסי.

פאר׳ן צוועק פון דער דאזיגער פּאָליסי, ווערן גערעכנט פארוואלטונג און אויפזעער איינגעשטעלטע:

  • סיי וועלכע באשעפטיגטע וואס האט אויפזעערישע פאראנטווארטליכקייט איבער אנדערע באשעפטיגטע, אריינגערעכנט סטודענט באשעפטיגטע און מאנשאפט מיטגלידער;
  • אלע מאנשאפט מיטגלידער;
  • דיווערסיטעט און ארייננעמיגקייט אפיצירן;
  • אמבודסלייט;
  • הויפט אויספארשער אויף א סובווענץ אדער קאנטראקט (די דאזיגע באשעפטיגטע ארבעטן אין אן אויפזעערישע פאסטן איבער דעם יחיד אין דער לאבאראטאריע אדער די פארשונג וואס זיי פירן);
  • יחידים וועלכע זענען באשטימט געווארן אלס ׳קאמפוס זיכערהייט אויטאריטעט׳ לויט׳ן ׳קלערי אקט׳; און געהילף ׳טיטל IX׳ קאארדינירער; און
  • די וועלכע ארבעטן אין סיי וועלכע פון די פאלגענדע דעפארטמענטס/אפיסעס:
  • ׳דעפארטמענט פון פובליק זיכערהייט׳
  • ׳סטודענט לעבן אפיסעס׳ אין יעדע פון דער אוניווערסיטעט׳ס שולעס, אדער
  • ׳דעפארטמענט אָוו רעזידענשעל לייף׳

אלע קלאגעס אדער באריכטן וואס פארנעמען זיך מיט רדיפות אדער דיסקרימינאציע באזירט אויף ׳באשיצטע קלאס׳ אדער פארבינדענע נקמה שריטן וועלן געהאנדלט ווערן אונטער די פראצעדורן פארגעלייגט אין דער דאזיגער פּאָליסי. (3)

אנקלאגעס אונטער דער דאזיגער פּאָליסי קענען געמאכט ווערן צום ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳ אדער פערזענליך אדער שריפטליך צו עמיצנס דעפארטמענט פארזיצער, מנהל, דירעקטאר, סופערווייזער, ׳אפיס פון יוּמען ריסאָרסעס׳, סיי וועלכע אוניווערסיטעט אמבודסלייט, אדער דעם ׳אפיס אָוו קאונסעל׳. די אוניווערסיטעט וועט ארבעטן צו רעדוצירן וויפיל מאל מען וועט דארפן ערקלערן דעם באזיס פון זייער אנקלאג אדער זייער ענטפער צו אן אנקלאג, אין איינקלאג מיט בעסטע צוגאנגען. מענטשן וואס באקומען אן אנקלאג ווי אויבן דורכגערעדט זאלן נישט פרעגן קיין דורכדרינגענדע פראגעס איבער דעם חשש, נאר זאלן ענדערש צוזאמקלויבן א באגרעניצטע מאס אינפארמאציע וויפיל איז נייטיג אויף אנצוווענדן דעם אנקלאג צום ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳ תיכף נאכ׳ן זיך דערוויסן איבער דעם חשש, אפגעזען ווען די באהויפטעטע געפירעכץ איז פארגעקומען.  אנקלאגעס צום ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳ זאלן געברענגט ווערן דורך א שריפטליכער באריכט (https://rochester-gme-advocate.symplicity.com/public_report/index.php/pid932009?rep_type=1002). א יחיד קען אויך אריינגעבן אן אנקלאג בעילום שם. כאטש יעדע מאס באמיאונג וועט גענומען ווערן צו באשיצן די פריוואטקייט פון אלע פארטייען, קען קאנפידענציעליטעט נישט ווערן גאראנטירט.

יחידים וועלכע זענען נישט זיכער איבער זייערע באריכטונג התחייבות׳ן אונטער דער דאזיגער פּאָליסי זאלן נאך אלץ באריכטן די אינפארמאציע צום ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳. ביישפילן פון צושטאנדן וועלכע טוען מעגליך פאדערן באריכטונג זענען אריינגערעכנט אין דעם באדייט פון דיסקרימינאציע, רדיפות, און נקמה שריטן אין אפטייל III. פראגעס איבער איינגעבן אן אנקלאג און וואס צו ערווארטן אלס טייל פון אן אויספארשונג קען מען איינגעבן צום ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳ אויף PADH@Rochester.edu (mailto:PADH@Rochester.edu). סיי וועלכע באריכטן וועלכע פאלן נישט אונטער דעם פארנעם פון דער דאזיגער פּאָליסי וועלן געשיקט ווערן צום פאסיגן פאראנטווארטליכן אפיס.

אפגעזען דער שטייגער פון באריכטן, וועט די אוניווערסיטעט איינקוקן און זיך אפרופן צו אלע אויפריכטיג-איינגעגעבענע חששות און אנקלאגעס אונטער דער דאזיגער פּאָליסי ווי שנעלער מעגליך און נעמען פארריכטונג מאסנאמען ווי נייטיג. דער ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳ וועט גרונטליך און אומפארטייאיש אויספארשן אלע אנקלאגעס געברענגט צו איר אויפמערקזאמקייט און וועט אנטשיידן צי אן אויספארשונג באריכט וועט צוגעגרייט ווערן לויט די פראצעדורן אונטן ערקלערט. ווען די אוניווערסיטעט קען ווירקזאמערהייט אדרעסירן א חשש אן צוגרייטן אן אויספארשונג באריכט, וועט די אוניווערסיטעט לייזן אנקלאגעס דורך אנדערע לייזונגס מיטלען, אריינגערעכנט, אבער נישט אויסשליסליך, דיסציפלינישע אקציע, בילדונג, פארמיטלונג, און אויפריכטונג פעולות. אן אנקלאג קען געלייזט ווערן אן אן אויספארשונג באריכט מיט׳ן הסכמה פון ביידע צדדים אדער אויפ׳ן אנווייזונג פון דער אוניווערסיטעט׳ס הויפט יוּמען ריסאָרסעס אפיציר אדער דער וויצע פרעזידענט פאר גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט, אדער זייער פארטרעטער, לויט די אייגנארטיגע אומשטענדן פון יעדן פאל.

די אוניווערסיטעט וועט פרובירן צו פארענדיגן סיי וועלכע אויספארשונג אינערהאלב 90-120 טעג פונעם באקומען דעם אנקלאג. דער ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳ וועט צושטעלן רעגלמעסיגע סטאטוס אפדעיטס צו די צדדים דורכאויס דער אויספארשונג. צייטווייליגע באשיצונג מאסנאמען קענען מעגליך איינגעפירט ווערן, לויט ווי עס פאסט זיך. (4) די אויספארשונג וועט אין אלגעמיין ארייננעמען אן אינטערוויוּ מיט׳ן אנקלאגער, דער ענטפערער, אינטערוויוּס מיט אנדערע עדות וועלכע האבן ידיעות בקשר צום אנקלאג, און, לויט׳ן איינזען פונעם אויספארשער, דאס צוזאמנעמען פארבינדענע דאקומענטן.

אויספארשונגען אויסגעפירט אונטער דער דאזיגער פּאָליסי זענען שטרענג אינערליך. פונדעסטוועגן קענען צדדים און עדים האבן א געקליבענער שטיצע פערזאן, וועלכער איז נישט אליין א צד אדער אן עדות, צו זיין אנוועזנד דורכאויס סיי וועלכן חלק פון אנטיילנעמונג אין דער פראצעדור. אזעלכע מענטשן זענען ערלויבט צו געבן שטיצע פאר׳ן אנקלאגער אדער ענטפערער, אבער טארן נישט רעדן פאר זייערטוועגן. שטיצע פערזאנען טארן זיך נישט אריינמישן אין אן אינטערוויוּ אדער סיי וועלכן הינזיכט פון דער אויספארשונג פראצעדור. ביי דער ענדע פון דער אויספארשונג, וועט דער אויספארשער מעגליך צושטעלן אן אויספארשונג באריכט צום פארזיצער פון א החלטה פאנעל (״פאנעל פארזיצער״) (זעט הוספה B). דער ׳פאנעל פארזיצער׳ זאל אין אלגעמיין ארויסגעבן אן שריפטליכע החלטה אין נאמען פון דעם פאנעל אינערהאלב 15 ביזנעס טעג נאכ׳ן באקומען דעם אויספארשונג באריכט, און פארשטעלן די תוצאה פון דער אויספארשונג צום אנקלאגער, ענטפערער, און פאסיגע אדמיניסטראטיווע איינגעשטעלטע. די ספעציפישע פראצעדורן און אינהאלט פון די החלטה ווערן מער פולקאם ערקלערט אין דעם נעקסטן אפטייל.

  • אויב אן אנקלאג געמאכט לויט דער דאזיגער פּאָליסי פאלט אויך אונטער דער אוניווערסיטעט׳ס ׳טיטל IX׳ פּאָליסי, זאלן געניצט ווערן די פארשונג און אנטשיידונג פראצעדורן פון דעם ׳טיטל IX׳ פּאָליסי אויף צו לייזן דעם אנקלאג.
  • שטאב און מאנשאפט מיטגלידער טארן נישט ניצן דםע ׳יוּמען ריסאָרסעס גריעווענס פראצעדור׳ (פּאָליסי 160) (https://www.rochester.edu/policies/policy/grievance-procedure/) און מאנשאפט מיטגלידער טארן נישט ניצן אנדערע טענות פראצעדורן ערקלערט אין דעם מאנשאפט מיטגלידער האנט-ביכל אויף איינצוגעבן אן אנקלאג איבער דיסקרימינאציע/רדיפות באזירט אויף א ׳באשיצטע קלאס׳ אדער פארבינדענע נקמה שריט.
  • די אוניווערסיטעט האלט דאס רעכט צו נעמען צייטווייליגע באהיטונגס מאסנאמען צו באשיצן יחידים וואו די ארבעט, לערנונג, פאציענט אויפפאסונג, אדער וואוינונגס סביבה זעט אויס זיך צו נייטיגן אין אזעלכע באהיטונגס מאסנאמען. צייטווייליגע באהיטונג מאסנאמען נעמען אריין אזעלכע שריטן ווי שטעלן פערזאנען אויף צייטווייליגע אורלויב, אויסשליסן פון פראגראמען און איינריכטונגען, ענדער ארבעט, לערנונג, פאציענט אויפפאסונג אדער וואוינונגס אומשטענדן, אדער איינפירן סיי וועלכע אנדערע אומשטענדן אין דער אוניווערסיטעט סביבה לויט ווי עס וועט זיך פאדערן.

 

V.  החלטות, פארריכטונג, און אויפריכטונגס מאסנאמען

 

וואו אן אויספארשונג באריכט ווערט פארענדיגט, וועט עס געשיקט ווערן צום פאסיגן ׳פאנעל פארזיצער׳. דער ׳פאנעל פארזיצער׳ (זעט טאוועל 1 אונטן) מוז צוזאמרופן א פאנעל צו מאכן א החלטה צי די אנגעבליכע פאקטן אין דעם אויספארשונג באריכט שטיצן א החלטה אז דער דאזיגער פּאָליסי איז פארלעצט געווארן און, אויב אזוי, וואספארא שטראף איז פאסיג. פאנעל החלטות מוזן באשטעטיגט ווערן דורך א באשטעטיגונגס אפשטימונג פון א מערהייט פון די מיטגלידער. דער פאנעל זאל באשטיין פון לכל הפחות איין פערזאן פון יוּמען ריסאָרסעס (אדער די וויצע פרעזידענט פון יוּמען ריסאָרסעס אדער זייער פארטרעטער), איין פערזאן פונעם ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳ (אדער דער וויצע פרעזידענט פונעם ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳ אדער זייער פארטרעטער), א הויכראנקיגע הנהלה מיטגליד פון דער שולע וואו די אנקלאג איז געברענגט געווארן, און א הויכראנקיגע הנהלה מיטגליד פון אן אנדערער שולע. אין צוגאב, אויב וועט די אויספארשונג זיך באנעמען מיט איין אדער מער צדדים וועלכע זענען מאנשאפט מיטגלידער, זאל דער פאנעל אויך פארמאגן א מאנשאפט מיטגליד וואס האלט נישט קיין אדמיניסטראטיווע פאסטן (״אדמיניסטראטיווע פאסטן״ ווערט אויסגעטייטשט אלס א פאסטן ביים ראנק פון סגן מנהל אדער איר גלייכן אדער העכער). אויב פארנעמט זיך די אויספארשונג מיט איין אדער מער צדדים וועלכע זענען סטודענטן, זאל דער פאנעל אויך פארמאגן א הויכראנקיגע פירער מיט פאראנטווארטליכקייט פאר סטודענט אנגעלעגנהייטן. א הויכראנקיגע פירער מיינט סיי וואספארא יחיד מיט א טיטל גלייך צו מנהל (אריינגערעכנט סגן און געהילף), וויצע פרעזידענט (אריינגערעכנט סגן און געהילף), פראוואסט, דירעקטאר, הויפט, אדער פארזיצער. דער ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳ וועט צושטעלן פאר׳ן ׳פאנעל פארזיצער׳ א רשימה פון יחידים וועלכע זענען פאסיג טרענירט געווארן אנטיילצונעמען אויף א פאנעל.

איינגעשטעלטע וועלכע דינען אויף א פאנעל מוזן האלטן אלע אינפארמאציע אנטפלעקט אין די באראטונג קאנפידענציעל, אין איינקלאנג מיט אוניווערסיטעט פּאָליסי.

החלטות איבער פארלעצונגען פון דער דאזיגער פּאָליסי וועלן געמאכט ווערן דורך ניצן דעם סטאנדארט פון איבערוויגנדער ווארשיינליכקייט פון די באווייזן. איבערוויגנדער ווארשיינליכקייט פון די באווייזן מיינט אז א באהויפטונג איז מער ווארשיינליך צו זיין אמת ווי נישט אמת. אויב ווערט געפונען א פארלעצונג פון דער דאזיגער פּאָליסי, וועט דער פאנעל אנווייזן די פאסיגע פארריכטונגס מאסנאמען אין איינקלאנג מיט אוניווערסיטעט פּאָליסי און פירונג.

בעפאר׳ן ארויסגעבן א החלטה בריוו, וועט דער פאנעל מודיע זיין פאר די צדדים איבער די יחידים פון וועלכע עס וועט באשטיין דעם החלטה-שאפונג פאנעל. דער ׳פאנעל פארזיצער׳ וועט דאן ארויסגעבן א החלטה בריוו אין נאמען פון דעם פאנעל. יענע החלטה, געשיקט צום אנקלאגער און צום ענטפערער, וועט אנטהאלטן א קיצור פון די געפינסן פון די אויספארשונג און וועט צייגן צי אן ענטפערער איז געפונען געווארן שולדיג אין פארלעצן די פּאָליסי. אנגעוואנדן אין די אומשטענדן, וועט די החלטה וואס ווערט געשיקט סיי צום אנקלאגער און סיי צום ענטפערער ערקלערן סיי וואספארא פארריכטונגס שריטן דארף גענומען ווערן ווי אויך אנדערע רעקאמענדאציעס לויט די געפינסן. (5)

נישט דער אנקלאגער און נישט דער ענטפערער וועלן באקומען א קאָפּיע פון דעם אויספארשונג באריכט. פונדעסטוועגן, נאך דאס ארויסגעבן די החלטה, קענען דער אנקלאגער און ענטפערער איבערקוקן דעם אויספארשונג באריכט פערזענליך אדער אויף א ווירטועלן אופן, אבער עס וועט רעדאקטירט ווערן פערזענליכע אידענטיטעט אינפארמאציע, לויט די געזעצן (אבער נישט אויסשליסליך) פון FERPA און HIPAA.

אויב דער החלטה-שאפונג פאנעל וועט אנטשיידן אז אן ענטפערער איז פאראנטווארטליך פאר׳ן פארלעצן די דאזיגע פּאָליסי, וועלן די קאנסעקווענצן זיין אפהענגיג אין די ספעציפישע געפינסן און איינצלהייטן פונעם קעיס.

דיסציפלינישע, פארריכטונג, אדער אויפריכטונגס מאסנאמען קענען כולל זיין, ווי אנווענדליך, אבער נישט אויסשליסליך:

  • אפזאגן
  • דערנידערן
  • פארשטעלונג צו דער ׳אוניווערסיטעט קאמיטע אויף טענור און פריווילעגיעס׳ דאס ווידעררופן אדער אנולירן דעם קאנטראקט
  • נישט באנייען דעם קאנטראקט
  • ווידערשטעלן/ענדערן שטעלונג
  • רעדוצירן באצאלונג אדער צוריקהאלטן א געהאלט העכערונג אדער אנדערע רעסאָרסן
  • ווידעררופן אדער אנולירן קלינישע פריווילעגיעס
  • ווידעררופן אדמיניסטראטיווע פליכטן אדער שטעלונגען
  • דאקומענטאציע איבער דער פארלעצונג און די קאנסעקווענצן אין איינגעשטעלטער/באשעפטיגטער פייל
  • פארפליכטן טרענירונג
  • אויפזיכט אדער אנגייענדע באאבאכטונג
  • אפזאגן אן באקומען באצאלט
  • שריפטליכע דיסציפלין
  • באריכטן די פארלעצונג פון דער דאזיגער פּאָליסי צו די פאסיגע סובווענץ שענקונג אדער לייסענסינג אויטאריטעט, אויב נייטיג

א געפינס אז די געפירעכץ האט נישט פארלעצט די דאזיגע פּאָליסי שליסט נישט אויס אז דער אוניווערסיטעט זאל פאדערן פארריכטונגס מאסנאמען, אריינגערעכנט, אבער נישט אויסשליסליך, פאדערן פארפליכטעטע טרענירונג אדער קאוטש׳ען. א געפינס אז געפירעכץ אנטפלעקט אין אן אויספארשונג 1) האט פארלעצט אן אנדערער אוניווערסיטעט פּאָליסי אדער פארארדענונג אדער 2) האט נישט פארלעצט די דאזיגע פּאָליסי אבער איז פארט געווען גענוג באדייטנד צו פאדערן דיסציפלינישע שריטן, וועלן נאך אלץ ערלויבן פאר דער אוניווערסיטעט צו נעמען דיסציפלינישע, פארריכטונגס אדער אויפריכטונגס מאסנאמען אפילו אויב עס איז נישט פארגעקומען א פארלעצונג פון דער דאזיגער פּאָליסי. אין צוגאב, אפגעזען די אנטשיידונג פון אן אנקלאג אונטער דער דאזיגער פּאָליסי, אויב ווערט באהויפטעט אדער אנטפלעקט געפירעכץ וואס קען מעגליך פארלעצן אן אנדערער אוניווערסיטעט פּאָליסי אדער פארארדענונג, מעג די אוניווערסיטעט אונטערנעמען א באזונדערע אויספארשונג אדער איבערבליק וואס קען רעזולטירן אין דיסציפלינישע, פארריכטונג, אדער אויפריכטונגס מאסנאמען געוואנדן צו יענע געפירעכץ.

  • אין אנטשיידן פארריכטונגס שריטן פארבינדן מיט איינגעשטעלטע, קען קיין שום איינגעשטעלטער מיטגליד׳ס טענור נישט ווערן צוריקגעצויגן אדער דער קאנטראקט ווערן אנולירט אן אויסצופאלגן דעם טענור צוריקרוף פראצעדור פארגעשטעלט אין דעם ׳מאנשאפט האנט ביכל׳.

 

טאוועל I

אנקלאג קעגן: ׳פאנעל פארזיצער׳ וועט זיין:
א מאנשאפט מיטגליד אדער דיסקרימינאציע חששות איבער א מאנשאפט מיטגליד פראצעדור מנהל פון שולע וואו ענטפערער האלט הויפט פאסטן אדער וואו עס קומט פאר דער געפאדערטער פראצעדור
שטאב באשעפטיגטער אין א שולע אדער קאלעדזש מנהל פון ענטפערער׳ס שולע אדער קאלעדזש
שטאב באשעפטיגטער — ׳ריווער קאמפוס לייברעריס׳ וויצע פּראָוואָסט און מנהל פון לייברערי
שטאב באשעפטיגטער — לאבאראטאריע פאר לעיסער ענערדזשעטיקס דירעקטאר פון לאבאראטאריע פאר לעיסער ענערדזשעטיקס
שטאב באשעפטיגטער — ׳מעמאריעל ארט גאלעריע׳ דירעקטאר פון דעם ׳מעמאריעל ארט גאלעריע׳
 

שטאב באשעפטיגטער — ׳סטראָנג מעמאָריעל שפיטאל׳

הויפט עקזעקיוטיוו באאמטער פון ׳סטראָנג מעמאָריעל שפיטאל׳ (אדער פארטרעטער)
 

שטאב באשעפטיגטער — צענטראלע אדמיניסטראציע

וויצע פרעזידענט פונעם ענטפערער׳ס אפטיילונג (אדער פארטרעטער)
 

נאך-דאקטאראט שטודירער אדער אסאסיעט

געגליכענער צום מנהל פון גראדואיר שטודיעס פון דעם ענטפערער׳ס סקול
מנהל פון סקול אדער קאלעדזש פראוואסט
פראוואסט, סיניאָר וויצע פרעזידענט פאר געזונטהייט וויסנשאפט, און מעדיקעל צענטער הויפט עקזעקיוטיוו באאמטער  

פרעזידענט

פרעזידענט פארזיצער, באָורד אָוו טראָסטיס
 

באזוכער אדער פארקויפער (נישט אין שפיטאל)

סיניאָר וויצע פרעזידענט פאר פינאנץ און אדמיניסטראציע (אדער פארטרעטער)
פאציענט, באזוכער, אדער ווענדאר אין ׳סטראָנג מעמאָריעל שפיטאל׳ הויפט עקזעקיוטיוו באאמטער פון ׳סטראָנג מעמאָריעל שפיטאל׳ (אדער פארטרעטער)

**אין פאל אז דער ׳פאנעל פארזיצער׳ איז נישט קלאר פונעם אויבערשטן טאוועל, זאל דער ענין פארוויזן ווערן צום פראוואסט אויף צו באשטימען א ׳פאנעל פארזיצער׳.

**אין פעלער וואו דער אנקלאג איז קעגן דעם ׳פאנעל פארזיצער׳ וואס איז שייך אין דעם פאל אדער אין פעלער וואו דער ׳פאנעל פארזיצער׳ איז געווען פארמישט אין דער החלטה אדער ענין וואס איז דער טעמע פון דעם אנקלאג, קען מעגליך זיין א קאנפליקט פון אינטערעסן און אן אלטערנאטיווע אדמיניסטראטאר אן א קאנפליקט קען באשטימט ווערן דורכ׳ן פראוואסט אדער פרעזידענט. דער אנקלאגער וועט מען צו וויסן טון ווער עס וועט זיין דער ׳פאנעל פארזיצער׳ ביים צייט פון איינגעבן דעם אנקלאג און, באלד דערנאך וואס זייערע נעמען זענען באשטימט, די נעמען פון די פאנעל מיטגלידער, און מעג פארלאנגען אן אנדערער ׳פאנעל פארזיצער׳ אדער פאנעל מיטגליד אויב עקזיסטירט אזא סארט קאנפליקט.

VI.  אפעלירן

 

סיי וועלכע צד אין אן אויספארשונג וואס רעזולטירט אין אן אנטשיידונג דורך א פאנעל מעג אפעלירן די אנטשיידונג אינערהאלב 15 ביזנעס טעג פונעם דאטום פון דעם אנטשיידונגס בריוו. אפיעלס זענען נישט פאר׳ן צוועק פון האבן א צווייטע אויספארשונג אדער אן איבערבליק פון אלע פאקטן, נאר זענען באגרעניצט צום נעמען אין באטראכט (1) באווייזן וועלכע זענען פריער נישט געוויזן געווארן צום אויספארשער אדער דער באאמטער (אדער פארטרעטער); (2) ממשות׳דיגע חסרונות אין דעם פראצעדור פירנדיג צו דער אנטשיידונג; אדער (3) הארבקייט אדער פאסיגקייט פון די ארויפגעשטעלטע פארריכטונגס שריטן. אפיעלס מוזן איינגעגעבן ווערן שריפטליך צום פאסיגן הויכראנקיגן באאמטער אדער אדמיניסטראטאר, ד.ה. דער שטאב הויפט פאר דעם פרעזידענט, אדער זייער פארטרעטער, וואו דער באשולדיגטער איז א שטאב מיטגליד, באזוכער אדער פאציענט; דער פראוואסט וואו דער באשולדיגטער איז אן איינגעשטעלטער; און דער פרעזידענט וואו דער באשולדיגטער איז א באאמטער.

נאכ׳ן באקומען דעם אפיעל, וועט דער הויכראנקיגער באאמטער אדער אדמיניסטראטאר צוזאמרופן א דריי-פערזאן איבערבליק פאנעל, אין וועלכן עס וועט אריינגערעכנט ווערן דער הויכראנקיגער באאמטער אדער אדמיניסטראטאר און איין מיטגליד פון ׳יוּמען ריסאָרסעס׳ און איינס פון ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳ אויף איבערצוקוקן דעם אפיעל. די אפיעל איבערבליק פאנעל מיטגלידערשאפט קען נישט פארמאגן סיי וועלכע פון די יחידים וועלכע האבן געדינט אויף דעם החלטה-שאפונג פאנעל פארבינדן מיט דעם אנטשיידונג וואס ווערט אפעלירט. דער הויכראנקיגער באאמטער אדער אדמיניסטראטאר זאל אין אלגעמיין קאמוניקירן די אנטשיידונג פון דעם איבערבליק פאנעל צום אפעלאנט נישט שפעטער ווי 15 ביזנעס טעג נאכ׳ן באקומען דעם אפיעל. די אנטשיידונג פונעם אפיעל איבערבליק פאנעל וועט זיין ענדגילטיג.

VII.  קאנפידענציעליטעט

 

די אוניווערסיטעט וועט נעמען פארשטענדליכע שריט צו היטן די פריוואטקייט פון אנקלאגער, ענטפערער, און עדים. אנקלאגער, ענטפערער, עדים, און שטיצע פערזאנען וועט מען מודיע זיין אז אנטפלעקן אינפארמאציע איבער דעם אנקלאגער אדער אויספארשונג קען מעגליך שעדיגן די יושר׳דיגקייט פון דער אויספארשונג, קען אפעקטירן באגריפן און זכרונות פון פארקומענישן און, אין געוויסע אומשטענדן, קען אויסגעטייטשט ווערן אלס נקמה שריטן קעגן אן אנטיילנעמער אין דער אויספארשונג.

סיי וועלכע סארט נקמה שריטן זענען אליין א פארלעצונג פון דער דאזיגער פּאָליסי. די צדדים מעגן פרייוויליג מיטטיילן זייערע אייגענע ערפארונגען; עס איז אבער פארט געראטן אז, כדי צו פארמיידן די מעגליכקייט פון שטערן די קאנפידענציעליטעט פון דער אויספארשונג במשך די אויספארשונג אליין, מען זאל אין אלגעמיין באגרעניצן די צאל מענטשן מען דערציילט. אנגעוואנדן אין די אומשטענדן, וועט דער אויספארשער מעגליך נעמען שריטן צו באשיצן די יושר׳דיגקייט פון דער אויספארשונג אדער אפצוהאלטן געפירעכץ וואס קען געזען ווערן אלס נקמה שריטן. אויסער מודיע צו זיין איבער די אנטשיידונגס בריוו געשיקט צום אנקלאגער און ענטפערער, וועט די רעזולטאט פונעם אויספארשונג נישט מיטגעטיילט ווערן מיט עדים (אויסער זיי מודיע צו זיין אז די אויספארשונג איז פארענדיגט געווארן). פונדעסטוועגן, מעגן דער פרעזידענט, דער ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳, אדער דער ׳פאנעל פארזיצער׳ אין באראטונג מיט דעם ׳אפיס אָוו קאונסעל׳, אנטפלעקן דעם באריכט אדער אנדערע אינפארמאציע באקומען במשך דער אויספארשונג ווי געפאדערט דורכ׳ן געזעץ אדער רעגולאציע אדער ווי אנדערש פאסיג.

די פראוויזיעס שטעלן נישט אפ די אוניווערסיטעט פון זיך באשעפטיגן מיט צוזאמגענומענע, אנאנימיזירטע באריכטונג פארבינדן מיט דער דאזיגער פּאָליסי.

VIII.  רעקארד-האלטן

 

די גאנצע אויספארשונג פייל, אריינגערעכנט א קאפיע פון סיי וועלכע אנטשיידונג אדער אפיעל החלטה פארבינדן מיט אן אנקלאג אונטער דער פּאָליסי, אינאיינעם מיט א קאפיע פון פארריכטונגס שריטן אדער דיסציפלין גענומען אין אפרוף צו סיי וועלכע אנקלאג, זאל געהאלטן ווערן אין דעם ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳. קיין שום דאקומענטאציע פארבינדן מיט אן אויספארשונג, אריינגערעכנט די אנטשיידונג אליין, זאל נישט געשטעלט ווערן אין קיין שום יחיד׳ס איינגעשטעלטע פייל אויסער אויב יענער יחיד איז געראטן און דיסציפלינירט געווארן אלס תוצאה פון דעם אנקלאג און אויספארשונג. רעקארדס פון אנקלאגעס און סיי וועלכע פארריכטונגס שריטן גענומען געווארן מוזן צוגעשטעלט ווערן צום ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳.

אויב עס ווערט נישט געפונען א פארלעצונג פון דער דאזיגער פּאָליסי, אבער די אוניווערסיטעט נעמט אנדערע דיסציפלינישע, פארריכטונג אדער אויפריכטונגס מאסנאמען באזירט אויף אינפארמאציע דערגאנגען במשך אן אויספארשונג, וועט ׳יוּמען ריסאָרסעס׳ שטעלן די דאקומענטאציע בנוגע די מאסנאמען אין דעם יחיד׳ס איינגעשטעלטע פייל, און קען מעגליך צושטעלן א קאפיע פון צו יענעמס סופערווייזער, פארזיצער, און / אדער מנהל, ווי פאסיג.

IX.   נאך מודעות צו באשעפטיגטע געפאדערט דורך ניו יארק סטעיט

ניו יארק סטעיט פאדערט אז ארבעטסגעבער זאלן צושטעלן פאר באשעפטיגטע, אפליקאנטן, קאנטראקטארס, און אנדערע פערזאנען וועלכע פירן געשעפטן מיט דעם ארבעטסגעבער אינפארמאציע בנוגע לעגאלע באשיצונגען און אויסערליכע פארריכטונגס מיטלען בנוגע קלאגעס פון סעקסועלע רדיפות. די אינפארמאציע ווערט פארגעלייגט אין הוספה B.

כאטש אן אנקלאגער דארף נישט האבן א פריוואטער אטוירני איינצוגעבן א קלאגע אין א רעגירונגס אגענטור אדער מיט א געריכט, מעג אבער אן אנקלאגער זוכן לעגאלע יעוץ פון אן אטוירני. דער ׳אפיס אָוו יוּמען ריסאָרסעס׳, דער ׳אפיס פון אוניווערסיטעט אמבודסלייט׳, דער ׳אפיס אָוו קאונסעל׳, דער ׳אפיס פון גלייכגעוויכט און ארייננעמיגקייט׳, און דער ׳טיטל IX׳ קאארדינאטאר קענען ענטפערן פראגעס איבער דער פּאָליסי, אבער קיין שום אוניווערסיטעט באשעפטיגטער קען נישט צושטעלן קיין לעגאלע יעוץ צו סיי וועלכע אנקלאגער, ענטפערער, אדער עדות.

זעט אויך:

  • שייך׳דיגע האנט-ביכלעך (איינגעשטעלטע, נוּרסינג, סטודענט, גראדואיר סטודענט, מעדיצינישע סטודענט, רעזידענט/שטודירער האנט-ביכל, SMD רעגולאציעס אויף איינגעשטעלטע)

הוספות

הוספה A: ׳טיטל IX׳ קאארדינאטאר און געהילף קאארדינאטארן

 

איבער׳ן גאנצן אוניווערסיטעט  

דזשוליע גרין, אסאסיעט וויצע פרעזידענט פרעזידענטקע פאר ציווילע רעכטן אויספאלגונג און ׳טיטל IX׳ קאארדינאטאר

147A Wallis Hall

(585) 275-1654

titleIX@rochester.edu

 

 

 

קונסט, וויסנשאפט און אינזשינערונג

דאון ברונער, געהילף קאארדינאטאר

510 Wilson Commons

(585) 275-4085

Dawn.Bruner@rochester.edu

 

 

 

איסטמען סקול פון מוזיק

דזשאן העין, געהילף קאארדינאטאר

EMS Gibbs Street – Rm. 111

(585) 274-1020

jhain@esm.rochester.edu

 

 

 

סקול פון מעדיצין און דענדיסטעריי

סטיווען פי. בורקע, געהילף קאארדינאטאר

(585) 208-5715

stephen.burke@Rochester.edu

 

 

 

סקול פון נוּרסינג

קריסטין האקער, געהילף קאארדינאטאר

601 Elmwood Ave., Box SON

(585) 275-0961

Kristin_Hocker@URMC.Rochester.edu

 

 

סיימאן סקול פון ביזנעס

דעניס פי. פראו, געהילף קאארדינאטאר

202M Schlegel Hall

(585) 275-2937

dproulx@simon.rochester.edu

 

 

ווארנער סקול

קעראל סט. דזשארדזש, געהילף קאארדינאטאר

454 LeChase Hall

(585) 275-0967

cstgeorge@Warner.Rochester.edu

 

 

 

ספארט

קריסטין שענלי, געהילף קאארדינאטאר

1115 Goergen Athletic Center

(585) 275-6277

kristine_shanley@rochester.edu

 

הוספה B: נאך א מודעה פאר ארבעטער געפאדערט דורך ניו יארק סטעיט

 

ניו יארק סטעיט פאדערט אז ארבעטסגעבער זאלן צושטעלן פאר באשעפטיגטע, אפליקאנטן, קאנטראקטארס, און אנדערע פערזאנען וועלכע פירן געשעפטן מיט דעם ארבעטסגעבער אינפארמאציע בנוגע לעגאלע באשיצונגען און אויסערליכע פארריכטונגס מיטלען בנוגע קלאגעס פון סעקסועלע רדיפות. איבערגעדרוקט אונטן איז דאס לשון פון די גע׳אפדעיט׳עטע ניו יארק סטעיט מוסטער סעקסועלע רדיפות פּאָליסי פאר אלע ארבעטסגעבער אין ניו יארק סטעיט.

סעקסועלע רדיפות איז נישט נאר פארבאטן דורך דער אוניווערסיטעט פון ראטשעסטער, נאר עס איז אויך פארבאטן דורך סטעיט, פעדעראלע, און, וואו אנווענדליך, לאקאלע געזעצן.

די אינערליכע פראצעדור אויסגעלייגט אין דער פּאָליסי איז איין אופן פאר באשעפטיגטע צו באריכטן סעקסועלע רדיפות. באשעפטיגטע און געדעקטע יחידים קענען זיך אויך אויסוועלן נאכצוגיין לעגאלע ערהוילונגס-מיטלען מיט די פאלגענדע רעגירונגס אינסטאנצן. כאטש א פריוואטע אטוירני פארלאנגט זיך נישט אויף איינצוגעבן אן אנקלאג מיט א רעגירונגס אינסטאנץ, מעגט איר אבער אויך אויסזוכן לעגאלע יעוץ פון אן אטוירני.

ניו יארק סטעיט אפטיילונג פאר מענטשן רעכט

דער ניו יארק סטעיט מענטשן רעכט געזעץ (HRL) N.Y. עקזעקיוטיוו געזעץ, ארטיקל 15, § 290 און ווייטער, איז אנווענדליך צו אלע באשעפטיגטע אין ניו יארק סטעיט און באשיצט באשעפטיגטע און געדעקטע יחידים, אפגעזען זייער אימיגראציע סטאטוס. אן אנקלאג וואס באהויפטעט א פארלעצונג פון דעם מענטשן רעכט געזעץ קען איינגעגעבן ווערן מיט׳ן ניו יארק סטעיט אפטיילונג פון מענטשן רעכט (DHR) אדער אין ניו יארק סטעיט סוּפּרים קאָורט.

אנקלאגעס איבער סעקסועלע רדיפות איינגעגעבן מיט DHR קענען איינגעגעבן ווערן סיי ווען אינערהאלב דריי יאר פון די רדיפות. אויב עמיצער געבט נישט איין אן אנקלאג מיט DHR, קענען זיי אנקלאגן דירעקט אין סטעיט געריכט אונטער דעם מענטשן רעכט געזעץ, אינערהאלב דריי יאר פון די באהויפטעטע סעקסועלע רדיפות. מען קען נישט איינגעבן אן אנקלאג מיט׳ן DHR אויב מען האט שוין איינגעגעבן אן HRL אנקלאג אין סטעיט געריכט.

אנקלאגן אינערליך צו דער אוניווערסיטעט פארלענגערט נישט די צייט איינצוגעבן אן אנקלאג מיט DHR אדער אין געריכט. די דריי יאר רעכנט מען פון דעם דאטום פון דעם לעצטן אינצידענט פון רדיפות.

איר דארפט נישט האבן קיין אטוירני איינצוגעבן אן אנקלאג מיט DHR, און עס קאסט נישט קיין געלט איינצוגעבן.

DHR וועט אויספארשן אייער אנקלאג און אנטשיידן צי עס איז פאראן א ווארשיינליכע סיבה צו גלייבן אז עס זענען פארגעקומען סעקסועלע רדיפות. ווארשיינליכע סיבה פעלער באקומען א פובליק פארהער מיט אן אדמיניסטראטיווע געזעץ ריכטער. אויב ווערט געפונען ביים פארהער אז עס איז פארגעקומען סעקסועלע רדיפות, האט DHR די מאכט צו שענקן אויפריכטונג. אויפריכטונג קען זיין פארשידנס, אבער עס קען אריינרעכענען פאדערן פון אייער ארבעטסגעבער צו נעמען שריטן אפצושטעלן די רדיפות, אדער פארריכטן די שעדליכקייט גורם געווען דורך די רדיפות, אריינגערעכנט צאלן גוטמאכונג געלט, שטראף אפצאל, אטוירני אפצאל, און ציווילע געלט קנסות.

DHR׳ס הויפט אפיס קאנטאקט אינפארמאציע איז: NYS Division of Human Rights, One Fordham Plaza, Fourth Floor, Bronx, New York 10458. איר קענט רופן (718) 741-8400 אדער באזוכן: www.dhr.ny.gov.

גייט צו dhr.ny.gov/complaint פאר מער אינפארמאציע איבער איינקגעבן אן אנקלאג מיט DHR. דאס וועבזייטל האט א דיגיטאלע אנקלאג פראצעדור וואס קען אויסגעפירט ווערן אויף אייער קאמפיוטער אדער סעלפאָן פון אנהייב ביז׳ן סוף. דאס וועבזייטל האט אן אנקלאג פארעם וואס מען קען דאונלאד׳ען, אויספילן, און שיקן דורך פאסט צו DHR ווי אויך א פארעם וואס קען איינגעגעבן ווערן אָנליין. דאס וועבזייטל פארמאגט אויך קאנטאקט אינפארמאציע פאר DHR׳ס ראיאנישע אפיסעס לענגאויס ניו יארק סטעיט.

רופט דעם DHR סעקסועלע רדיפות האטליין אויף 1(800) HARASS3 פאר מער אינפארמאציע איבער איינגעבן אן אנקלאג פון סעקסועלע רדיפות.  דער דאזיגער האטליין קען אייך אויך צושטעלן א רעקאמענדאציע פאר א וואלונטיר אטוירני מיט ערפארונג אין סעקסועלע רדיפות ענינים וועלכער קען אייך געבן באגרעניצטע בחינם׳דיגע הילף און ייעוץ אויפ׳ן טעלעפאן.

׳יונייטעד סטעיטס גלייכבארעכטיגטע באשעפטיגונג געלעגנהייט קאמיסיע׳

די ׳יונייטעד סטעיטס גלייכבארעכטיגטע באשעפטיגונג געלעגנהייט קאמיסיע׳ (EEOC) אינפארסירט פעדעראלע אנטי- דיסקרימינאציע געזעצן, אריינגערעכנט ׳טיטל VII׳ פונעם 1964 פעדעראלער ׳ציווילע רעכטן אקט׳, 42 U.S.C. § 2000e און נאכפאלגנד. מען קען איינגעבן אן אנקלאג מיט׳ן EEOC סיי ווען אינערהאלב 300 טעג פון דער לעצטער אינצידענט פון רדיפות. עס קאסט נישט קיין געלט איינצוגעבן אן אנקלאג מיט׳ן EEOC. דער EEOC וועט אויספארשן דעם אנקלאג און אנטשיידן צי עס איז פאראן א ווארשיינליכע סיבה צו גלייבן אז איז פארגעקומען דיסקרימינאציע. אויב דער EEOC טוט אנטשיידן אז דער געזעץ איז מעגליך פארלעצט געווארן, וועט דער EEOC פרובירן צו גרייכן א פרייוויליגע אפמאך מיט׳ן ארבעטסגעבער. אויב דער EEOC קען נישט גרייכן קיין אפמאך, דאן וועט דער EEOC (אדער דער יוסטיץ דעפארטמענט אין געוויסע פעלער) מחליט זיין צי זיי וועלן אנקלאגן אין געריכט. דער EEOC וועט שיקן א ׳נאטיץ פון רעכט אנצוקלאגן׳, וואס וועט ערמעגליכן פאר ארבעטער אנצוקלאגן אין פעדעראלע געריכט אויב דער EEOC שליסט די קלאגע, קען נישט אנטשיידן צי פעדעראלע באשעפטיגונג דיסקרימינאציע געזעצן זענען פארלעצט געווארן, אדער גלייבט אז אומגעזעצליכע דיסקרימינאציע איז פארגעקומען אבער וועט נישט איינגעבן אן אנקלאגע.

יחידים קענען באקומען גוטמאכונג דורך פארמיטלונג, אן אפמאך אדער לייזונג. אין צוגאב קענען פעדעראלע געריכטן שענקן אויפריכטונג אויב עס ווערט געפונען אז עס איז פארגעקומען דיסקרימינאציע. אין אלגעמיין, מוזן פריוואטע ארבעטסגעבער האבן ווייניגסטנס 15 באשעפטיגטע צו קומען אונטער די יוריסדיקציע פונעם EEOC.

אן ארבעטער וואס באהויפטעט דיסקרימינאציע ביי די ארבעט קען איינגעבן אן ״אנקלאג פון דיסקרימינאציע.״ דער EEOC האט דיסטריקט, ראיאן, און לאקאלע אפיסעס וואו אנקלאגעס קענען איינגעגעבן ווערן. פארבינדט אייך מיט EEOC דורך רופן 1-800-669-4000 (TTY: 1-800-669-6820), באזוכן זייער וועבזייטל אויף www.eeoc.gov אדער דורך אימעיל אויף info@eeoc.gov.

אויב עמיצער געבט איין אן אדמיניסטראטיווע קלאגע מיט דער ניו יארק סטעיט אפטיילונג פון מענטשן רעכט, וועט DHR אויטאמאטיש איינגעבן דעם אנקלאג מיט׳ן EEOC כדי צו היטן דאס רעכט אנצוגיין ווייטער אין פעדעראלע געריכט.

ארטיגע באשיצונגען

פילע געגנטער אינפארסירן געזעצן וועלכע באשיצן יחידים פון סעקסועלע רדיפות און דיסקרימינאציע. א יחיד זאל זיך פארבינדן מיט דער קאונטי, שטאט אדער טאון אין וועלכע זיי וואוינען אויף אויסצוגעפונען צו עס עקזיסטירט אזא געזעץ. צום ביישפיל, באשעפטיגטע וואס ארבעטן אין ניו יארק סיטי קענען איינגעבן אן אנקלאג פון סעקסועלע רדיפות אדער דיסקרימינאציע מיט דער ניו יארק סיטי קאמיסיע אויף מענטשן רעכט. פארבינדט אייך מיט זייער הויפט אפיס אויף: Law Enforcement Bureau of the NYC Commission on Human Rights, 22 Reade Street, 1st Floor, New York, New York; רופט 311 אדער (212) 306-7450; אדער באזוכט www.nyc.gov/html/cchr/html/home/home.shtml.

פארבינדט אייך מיט די ארטיגע פאליציי דעפארטמענט

אויב די רדיפות פארנעמען זיך מיט אומגעוואונשענע פיזישע בארירונג, געצווינגענע פיזישע איינגעשפארטקייט, אדער געצווינגענע סעקס, קען די געפירעכץ גערעכנט ווערן אלץ א קרימינאלע אקט. די וועלכע ווילן אנקלאגן מיט קרימינאלע אקטן אין געריכט ווערן געמוטיגט זיך צו פארבינדן מיט׳ן ׳אוניווערסיטעט דעפארטמענט פון פובליק זיכערקייט׳ אדער זייער ארטיגן פאליציי דעפארטמענט.

 

איבער דעם פּאָליסי

פּאָליסי נומער

106

ארויסגעבונג אויטאריטעט

אוניווערסיטעט פון ראטשעסטער

פאראנטווארטליכע אפיס

דזשוליע גרין

פארבינדונג אינפארמאציע

julia.green@rochester.edu

נאך הילפס-מיטלען

PADH באריכט פארעם (https://rochester-gme-advocate.symplicity.com/public_report/index.php/ pid818927?rep_type=1002)

׳טיטל IX׳ פּאָליסי (https://www.rochester.edu/human-resources/wp-content/uploads/2021/01/Title-IX-Policy.pdf)

סטודענט סעקסועלע אומריכטיגע-געפירעכץ פּאָליסי (https://rochester.edu/sexualmisconduct/assets/pdf/ StudentSexualMisconductPolicy.pdf)

סטאנדארטן פון סטודענט אויפפירעכץ (https://www.rochester.edu/college/cscm/assets/pdf/ standards-of-student-conduct.pdf)

 

 

פארבינדענע פּאָליסיס

טענות פראצעדור (https://www.rochester.edu/policies/policy/grievance-procedure/)

אפירמאטיווע אקציע פאר מינאריטעטן, פרויען, יחידים מיט דיסאביליטיס, און באשיצטע וועטעראנען (https://www.rochester.edu/policies/policy/affirmative-action/)

רעקרוטירן און אויסוועלן (https://www.rochester.edu/policies/policy/recruitment-selection) אויפריכטונג דיסציפלין (https://www.rochester.edu/policies/policy/corrective-discipline) ארבעטספלאץ ווערטן און גלייכבארעכטיגטע געלעגנהייט פּאָליסי (https://www.rochester.edu/policies/policy/workplace-values/)

 

 

פּאָליסי שליסל-ווערטער

אויפפירעכץ (https://www.rochester.edu/policies/all/?filter%5Btopics%5D=346)

גלייכבארעכטיגטע געלעגנהייט (https://www.rochester.edu/policies/all/?filter%5Btopics%5D=396)

רדיפות (https://www.rochester.edu/policies/all/?filter%5Btopics%5D=1426)